א מכתב קדוש מיט ברכות פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע

'... ואגב אודיעך שכל מגמת נפשינו להחזיק דרכי אבותינו הקדושים ולא להתחבר להציונים או להחברה ניי יודען הנקרא אגודסטען או שלומי אמונים או ישובסטען שהכל הבל הבלים, הכל הוא ע"ד הנטייה מדרכי אבותינו הק', אמנם בכל כוחינו להחזיק היראים היושבים בארץ הקודש על התורה ועל העבודה...

ירושלים. אין די יעצטיגע טעג ווערט געמאלדן א זעלטענע ליציטאציע וואס וועט פארקומען אין ירושלים דורך די בארימטע קאמפעני 'גנזים' וועלכער רופט ארויס ענטוזיאזם און נייגער פון אנטיק ליבהאבער און זאמלער איבער די וועלט צוליב די אייגנארטיגע כתבי יד און חפצים וואס שטייען צום פארקויף, אנטיק זאמלער קוקן ארויס אויף די ליציטאציע און עס הערשט א שטארקע אינטערעס אין בעפארברייטונג צו די ליציטאציע וואס וועט ווערן אפגעהאלטן קומענדיגע דינסטאג י"ג תמוז הבעל"ט.

צווישן די פילע אינטערעסאנטע און הייליגע חפצים שטארט ארויס א זעלטענער כתב יד פון הייליגן קאלאשיצער רב בעל 'דברי חנה' זי"ע הי"ד, ווי אין דיזן אויסערגעווענליכע פייערדיגער בריוו שרייעט דער הייליגער קאלאשיצער רב זי"ע הי"ד בקול חוצב להבות אש אנטקעגן די אלע ניי-געגרינדעטע פארטייען מיט די 'איזמען.. וואס זענען אן אוועקנויגונג פון דרכי אבותינו הקדושים, אריינגערעכנט די 'אגודיסטן' – דאס איז זיין הייליג לשון: '… ואגב אודיעך שכל מגמת נפשינו להחזיק דרכי אבותינו הקדושים ולא להתחבר להציונים או להחברה ניי יודען הנקרא אגודסטען או שלומי אמונים או ישובסטען שהכל הבל הבלים, הכל הוא ע"ד הנטייה מדרכי אבותינו הק', אמנם בכל כוחינו להחזיק היראים היושבים בארץ הקודש על התורה ועל העבודה…'.

דער בריוו איז נאר איינס פון א רייע בריוון פון די הייליגע שושלת לבית צאנז וואס ווערט פארענפנטליך אין 'גנזים', די ליציטאציע פירמע וואס איז וועלט בארימט און באקאנט מיט אהערשטעלן ריכטיגע גנזים מרבותינו הצדיקים מאורי הדורות שטעלט זיך נישט אפ דא, נאר איז מעלה בקודש מיט גאר הייליגע בריוו פון די סאמע גרעסטע, ובראשם, ווערט ארויסגעשטעלט א מכתב קדוש מיט ברכות פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע 'דער הייליגער רב' ווי זיין נאמען ווערט נאך ביז היינט געזאגט באימה ויראה, געשריבן אין יאר תרל"ג צום טארדער רב, לאו בכל יומא מתרחיש בריוון פון צאנזער רב, און עס ווערט זעלטן ארויסגעשטעלט אין סיי וואספארא אויספארקויף.

מ'קוקט ווייטער זעט מען א אונטערשריפט פון וואונדערליכן צדיק דער סטראפקובער רב ר' שלום זי"ע באקאנט אלס פועל ישועות, אויפן הייליגן קבלה ספר 'שער ההקדמות' פון ר' חיים וויטאל. און אויך אן אינטערעסאנטער בריוו פון זיין זון ר' מענדל'ע סטראפקובער זי"ע ווי ער איז מעודד צו דרוקן זיין הייליגן זיידן דער שינאווער רב'ס ספר 'דברי יחזקאל', געשריבן געווארן תיכף נאכן קריג, דערנאך איז דא א שיינער בריוו פון הרה"ק ר' מענדל'ע פריסטיקער שינאווער רב'ס איידעם און פאטער פון קאלאשיצער רב, ווי אויך בריוו פון די רבי'ס פון באבוב און קלויזנבורג.

עס ווערט אויך ליציטירט א גאר טייערער כתב יד, א גאנצער באנד האנדגעשריבן דורך הרב הקדוש בעל 'ערבי נחל' מגדולי תלמידי בעש"ט הק' זי"ע, דאס איז זיין יסוד'יתדיגער באקאנטער חיבור 'לבושי שרד' על הלכות טריפות, און נאך פילע כתבי ידות פון צדיקים מפורסים אנשי מופת, א שטייגער ווי דער גרויסער גאון וחריף דער קול ארי', און זיין תלמיד ר' שאול ראזענבערג ראצפערטער רב, במח"ס 'חמדת שאול' א היסטאריש זעלטענער אונטערשריפט פון הייליגן איש מופת ופלא דער ריבניצער צדיק וואס זיינע חתימות עקזיסטירן קוים און ציילן זיך אויף איין האנט, א פערזענליכער סידור פון טאהשער רבי זי"ע, דער שאצער רבי פון לאנדאן, א קאלעקציע פון בריוו פון די רבנישע משפחה לבית ליכטענשטיין, די משפחה פון דעם הייליגן צדיק ר' הלל קאלאמייער און זיין גרויסער ברודער ר' קאפל פון ראדיוויץ.

מ'מישט ווייטער דעם קאטאלאג אנטפלעקט זיך טייערע און זעלטערנע חסיד'ישע ספרים ערשטע דרוקען, און ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין די הייליגע דרוקעריי פון זיטאמיר דורך די סלאוויטא קינדער ספעציעל זייער א שיינער סידור זיטאמיר און אויך א תהלים זיטאמיר, ווי באקאנט חסידים ואנשי מעשה זוכן שטארק צו נוצן די הייליגע דרוקעריי ובפרט ווען ס'רעדט זיך פון ספרי תפלה, צווישן אנדערע ספרים געפינט זיך אויך א ספעציעל טייערער ספר, נעמליך, דער ערשטער דרוק פון הגהות מאורינו הרמ"א בעל המפה אויפן מחבר השו"ע, ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א איז באקאנט דער שפריכווארט, די פיר הערליכע חלקים איז געדרוקט געווארן באתרא דמר אין די גרויסע שטאט קראקא צווישן די יארן של"ח-ש"ם, און איז גאר זעלטן און טייער.

די ליציטאציע וועט פארקומען אין די הויפטקווארטירן פון 'גנזים' אין ירושלים, אבער מען וועט גלייכצייטיג קענען מיטהאלטן אויף זייער וועבזייטל Genazym.com און אזוי אויך דורך טעלעפאנישע פארבינדונג  845.501.9990 אויך דורך אימעיל [email protected]. ווי אויך וועט זייער קאטאלאג זיין צו באקומען אין די בעסערע ספרים געשעפטן. 'גנזים' וועט צושטעלן א ברייטע שטאב וואס וועלן פערזענליך ארויסהעלפן יעדען קליענט.

 

הכתבות המעניינות ביותר

מה ברצונך לחפש?

נתקלתם בחדשה מרעישה? ידיעה מעניינת מוזמנים לספר לנו