בצלאל גולד ומקהלת ידידים מחדשת בסערה: גערוישן הין הימל

לכבוד ימי חול המועד ומצוות שמחת החג הנכם מוזמנים ליהנות מביצוע מדהים של שירו המפורסם של מרדכי בן דוד שנקרא במקור 'מי כעמך ישראל' • הביצוע העכשווי מבוצע ע"י צלי (בצלאל) גולד ומקהלת ידידים, באירוע בצפון מדינת ניו יורק

מילים:

פתיחה: גערוישן אין הימל, עס טוט זיך א טומעל, מלאכים מיט קנאה. זיי ווילן פארשטיין, ווי אזוי פלייש און ביין, האט דערגרייכט אזא בחינה.
זיי פרעגן ביים בורא ווי קען דען דאס זיין, אז אדם דער מענטש האט ביי דיר אזוי חן, וואס פאר א זכותים, פאר אזאלעכע ניסים, נו זאג אונז אליין…

בית א': קומט'ס און זעט'ס אליין-די שבחים פון מיין ליבע קינד, תינוקות של בית רבן-הייליג ליכטיג אן א זינד. און קוקט'ס א אידעלע דארט לויפט, נאך א מצוה'לע ער קויפט, יהא שמיה רבא, הערט'ס ווי שיין, זיי שרייען נאך אמן.

בית ב': דורות שיינע אורות, זיי באלייכטען דאך מיין וועלט, שמחה קדושה מיט טהרה, דאס וואס מיר געפעלט. אני מאמין מיט א ברען, זינגט מען אויף קידוש ה', דער הסתר פנים אזוי גרויס, ווי האלטן זיי דאס אויס.

פזמון: מיין קינד אוי ס'איז שווער, עס פאלט דיר א טרער, מאך אויף דיינע אויגעלעך און זעה. כ'האב דיך ליב אן א מאס, אן א שיעור אן א צאל, ווייל דו ביסט דאך מיין קינד, מיין ליבער פאלק ישראל.
קום נענטער צו מיר, ס'איז אפן מיין טיר, איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט, שוין טויזענטער יאר, איך ביי מיר בענקט זיך גאר, אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר.

בית ג': אידן דעות פיל, פארשידען יעדן זיין דערהער, און איינעם דינען זיי מיך, אך א שיינע מיליטער. נו מלאכים זינגט ברינה, גענוג שוין צער השכינה, עס איז געקומען יעצט דער צייט, משיח איז שוין גרייט.

פזמון…

סיום: גערוישען אין הימעל, עס טוט זיך א טומעל, מלאכים זינגען שירה. זיי טאקע פארשטיין, ווי פלייש און ביין, האט דערגרייכט דורך זיין בחירה.
גערעכט איז דער בורא, זיי האבן ערליך פארדינט, זיי היטן די תורה, ריין אן א זינד. אזא הייליג פאלק, מיר זיינען נתפעל, מי כעמך ישראל!

מה ברצונך לחפש?

נתקלתם בחדשה מרעישה? ידיעה מעניינת מוזמנים לספר לנו